לעגא

לאגא פון לעגאָ
לעגאָ ציגלען

לעגאָ (דעניש: LEGO) איז אַ סארט קאָנסטרוקציע שפּילכל באַשאַפֿן און פּראָדוצירט דורך דער לעגאָ גרופּע, אַ דענישע פֿירמע. לעגאָ ציגלען זענען קאָלירטע פּלאַסטיק קאָנסטרוקציע-בלאָקן וואס קען ווערן פֿאַרבינדן צוזאַמען. לעגאָ ציגלען זענען פֿאַרבינדט דורך שפּאָנקעס אויפֿן שפּיץ און לעכער אונטער די ציגלען. לעגאָ איז דאָס מערסט באַרימטן קאָנסטרוקציע שפּילכל אין דער וועלט.

די לעגאָ פֿירמע איז געגרינדעט געווארן אין 1935 דורך אָלע קירק קריסטיאַנסען (Ole Kirk Christiansen), אַ דענישער שפּילכל-מאַכער. קריסטיאַנסען האט געמאַכט האָלצערנע שפּילכלעך פֿאַר קינדער. ער האט געמאַכט און פֿאַרקויפֿט זיינע ערשטע פּלאַסטיק לעגאָ פּאַקונגען אין די 1940ער. פֿון דעמאָלט אָן, לעגאָ שפּילכלעך זענען געווארן זייער פּאָפּולער און ווערן באַקאַנט און באַליבט דורך מענטשן פֿון פֿאַרשידענע לענדער, ביידע קינדער און דערוואַקסענער.

לעגאָ ציגלען קומען אין פֿאַרשידענע פֿאָרעמס, גרייסן און קאָלירן, אזוי ווי רעדער, אויטאָמאָביל-שויבן און פֿלאַנצן. לעגאָ ציגלען קען ווערן פֿאַרבינדט אין פֿילע פֿאַרשידענע וועגן, און קענען פֿאָרמען כמעט אַלצדינג.

כמעט אַלע ציגלען פֿון לעגאָ פּאַקונגען קען ווערן פֿאַרבינדט. נייע ציגלען פֿון היינט קען ווערן פֿאַרבינדט מיט אַלטע ציגלען פֿון לאַנג צוריק. ווייל לעגאָ איז געווארן זייער פּאָפּולער ווערט דאָס וואָרט "לעגאָ" אָפֿט באַנוצט פֿאַר קאָנסטרוקציע-בלאָקן אין אַלגעמיין. עס זענען דא מיליאָנען לעגאָ סימפּאַטיערס און קאָנגרעסן ארום דער וועלט.

זעט אויך

Other Languages
English: Lego
עברית: לגו
العربية: ليغو (لعبة)
български: Лего
bosanski: Lego
čeština: Lego
Cymraeg: Lego
dansk: Legoklods
Ελληνικά: Lego
Esperanto: Lego (ludilo)
eesti: Lego
فارسی: لگو
suomi: Lego
français: Lego
galego: LEGO
ગુજરાતી: લેગો
magyar: LEGO
հայերեն: Lego
Bahasa Indonesia: Lego
la .lojban.: Lego
Basa Jawa: Lego
한국어: 레고
Latina: Lego
lietuvių: Lego
latviešu: Lego
മലയാളം: ലെഗൗ
Bahasa Melayu: Lego
Nederlands: LEGO
norsk nynorsk: LEGO
norsk: LEGO
português: Lego
русский: LEGO
Scots: Lego
Simple English: Lego
slovenčina: Lego
slovenščina: Legokocke
shqip: Lego
српски / srpski: Лего
svenska: Lego
Kiswahili: Lego
தமிழ்: லெகோ
ไทย: เลโก้
Tagalog: Lego
Türkçe: Lego
українська: LEGO
oʻzbekcha/ўзбекча: Lego
Tiếng Việt: Lego
Winaray: Lego
吴语: 乐高
中文: 樂高
Bân-lâm-gú: LEGO
粵語: 樂高