יידישער לוח

דער אידישער לוח איז א יערליכער קאלענדאר וואס האט אין זיך די טעג, חדשים און יאר, ווי אויך די פרשת השבוע און יומ־טובים.עס קען אויך האבן אין זיך יארצייטן, דף היומי, חק, און אנדערע טעגליכע באזירטע שיעורים.

עס זענען געווען צוויי פארמען פון דעם אידישן לוח, דער ערשטער ווען דער בית המקדש איז געשטאנען און עס איז נאך געווען די סנהדרין און ירושלים דאן האט מען געמאכט די חדשים לויט ווען מען האט געזען די נייע לבנה. שפעטער ווען די סנהדרין איז בטל געווארן האט מען אנגעהויבן מאכן דעם לוח לויט דער רעכענונג פון דער דורכשניטליכער צייט פון איין נייער לבנה צו דער אנדערער.

דער היינטיקער לוח איז דער וואס מען "רעכענט" די באנייעונג פון דער לבנה, און איז צום ערשטן מאל באשריבן באריכות דורך דעם רמב"ם אין הלכות קידוש החודש.

דער אידישער קאלענדאר איז א קאלענדאר וואס גייט סיי לויט דער זון און סיי לויט דער לבנה, צוליב דעם וואס א יאר פון דער זון איז מער פון 12 לבנה מאנאטן מיט בערך 11 טעג, לייגט מען צו 7 חדשים אין א דורכגאנג פון 19 יאר. וואס דורך דעם גלייכט זיך דאס אויס.

וויבאלד דאס אלץ גייט לויט ירושלים איז די ווינטער אדער זומער לויט די צפונדיגער טייל פון דער וועלט.

Other Languages
Afrikaans: Joodse kalender
Alemannisch: Jüdischer Kalender
العربية: تقويم عبري
azərbaycanca: Yəhudi təqvimi
беларуская: Яўрэйскі каляндар
беларуская (тарашкевіца)‎: Габрэйскі каляндар
Esperanto: Hebrea kalendaro
Nordfriisk: Hebreewsk kalender
interlingua: Calendario hebree
Bahasa Indonesia: Kalender Yahudi
日本語: ユダヤ暦
한국어: 히브리력
македонски: Еврејски календар
Bahasa Melayu: Takwim Ibrani
Nederlands: Joodse kalender
norsk nynorsk: Det jødiske året
srpskohrvatski / српскохрватски: Hebrejski kalendar
Simple English: Hebrew calendar
Basa Sunda: Kalénder Yahudi
Türkçe: İbrani takvimi
Tiếng Việt: Lịch Do Thái
中文: 希伯來曆
粵語: 猶太曆