הענרי דער אכטער (28סטן יוני 1491 – 28סטן יאנואר 1547) איז געווען א מלך פון ענגלאנד פון דער טיודאר דינאסטיע צווישן די יארן 1509-1547. ער איז געווען איינער פון די מערסט באאיינפלוסער הערשער אין זיינע צייטן. די הויפט רעפארמען וואס ער האט פראמאווירט זענען געווען די אפזונדערונג פונעם פויבסט, דאס גרינדן די אנגליקאנישע קירכע און פאראייניקן ענגלאנד מיט וויילס.
הענרי איז באוואוסט פאר די זעקס ווייבער וואס ער האט געהייראט—צוויי האט ער גע'גט (וואס איז געווען די אורזאך פון זיין באזונדערן פון דער קאטוילישער קירכע, וואס אנערקענט נישט קיין גט), צוויי האט ער געהייסטן הינריכטן, איינע איז געשטארבן, און די לעצטע האט אים אויסגעלעבט. דערפאר האט ער געהייראט אזוי פיל מאל ווייל ער האט שטארק געוואלט א זון וואס זאל ירשענען זיין טראן. ענדלעך האט ער געהאט אן איינציקן זון, עדווארד דער זעקסטער, וואס האט אים טאקע גע'ירשענט. נאך עדווארדס טויט האבן געקעניגט הענרי'ס צוויי טעכטער, מערי פון ענגלאנד (בלוטיקע מערי) און עליזאבעט די ערשטע. עליזאבעט האט געקעניקט לאנגע יארן און איז געווען פון די מערסטע באאיינפלוסע מאנארכן פון ענגלאנד.